הונדערט-יעריגע מלחמה

די הונדערט-יעריגע מלחמה איז געווען א סעריע פון קאמפן צווישן פראנקרייך און ענגלאנד אין די שפעטערן מיטל אלטער. זי האט געדויערט 116 יאר פון 1337 ביז 1453.[1] די מלחמה האט אנגעהויבן ווען שארל דער פערטער פון פראנקרייך איז געשטארבן אין 1328 אן א זון. עדווארד דער דריטער פון ענגלאנד האט געהאלטן אז ער זאל ירשענען די פראנצויזישע מלוכה ווייל זיין מוטער איז געווען א שוועסטער פון שארל.[2]

די פראנצויזן אבער האבן נישט געוואלט אז דער ענגלישער מלך זאל הערשן איבער זיי. דעריבער האט אנגעהויבן די מלחמה.

Other Languages

Copyright