פערו


פּערו (שפּאַניש: República del Perú) איז א לאַנד אין דרום אַמעריקע. זײַן הױפּטשטאָט איז לימאַ.

מיט א באפעלקערונג פון עטלעכע 30 מיליאן פארשוין, איז פערו דאס פערט גרעסטע לאנד לויט באפעלקערונג אין דרום אמעריקע. די וואוקס פון באפעלקערונג איז אראפ פון 2.6% א יאר אין 1950 צו 1.6% אין 2000.

אומגעפער דריי פערטער פון די איינוואוינער זענען שטאטסלייט. די גרעסטע שטעט זענען לימא, קייאו, ארעקיפע (Arequipa), טרוכיא (Trujillo), טשיקלאיא (Chiclayo), פיורע (Piura), איקיטאס (Iquitos), קוסקא (Cusco), הואנקיא (Huancayo), און טשימבאטע (Chimbote).

אומגעפער 45% פון די באפעלקערונג זענען אינדיאנער, מערסטנס אייניקלעך פון די אינקא, טייל פון זיי היטן זייער ספעציעלע קולטור און זייער טראדיציאנעלן לעבנסטיל. 

Other Languages

Copyright